ס'איז דאָ פאַרוואָס




באריס קארלאווNovember 29 at 2:23pm · Bloomington · ס'איז דאָ פאַרוואָס
ס'איז דאָ פאַר וועמען
אָן שום פאַרדראָס
פאַרהייב די ברעמען
אָן תוכחה, אָן האַרבע רייד...
עפן דאָס מויל
און אַלץ אַנטשייד.
גינגאָלד, קרישטויל
פערל און זילבער
צו רוחות אַלע לאָז
צו-רו. קלייב איבער
שטרענג, מיט מאָס
די זילבן.
גענוג אין שטותים
זיך צו גריבלען,
גענוג צו זוכן זכותים,
דו --
הער אויף זיך ספקן,
זיך שעמען;
מערניט אָן מקפן
אָן יענע
זינג אויס דער וועלטס אַיעטוויד אות:
ס'איז דאָ פאַרוואָס,
ס'איז דאָ פאַר וועמען
אָן מינדסטן ברעקעלע פאַרדראָס.LikeShow more reactionsMoises Kijak, Moshe Taube and 15 others
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 05, 2016 21:15
No comments have been added yet.