א שמועס מיטן זייגער



א באשיידענע מתנה דעם טייערן פריינד Борух- Борис Дорфман
אין דער שטילקייט זיך פאַרקליבן
קוקסט אין איר זיך ווי אין שפּיגל
וואָס זשע טאַקע נאָך געבליבן  –
רעדן יידיש צו דער וואַנט?
צי צו יענעם אַלטן וויגל
פון דער קינדהייטס ווייטן ראַנד?
צווישן שווייגענישן פילע
הילכט פונאַנדער זיך אַ תפילה
און זי מעלדט זיך הויך און קראַנט:
רעדן רעדסט זיך אויס במחילה
ניט צו דער וואַנט און ניט, חלילה,
רק־און־בלויז צום שפּיגל סתם.
ביסט דאָך עפּעס אַ צעלייגער  –
איז רעדסטו יידיש מיטן זייגער,
ווייל ביסט גאָרניט קיין אַליינער
מעשה "איך און ווייטער קיינער".
וואָס דיר ווענט, רחמנות־לייענער?!
דו, – רעד צום אומרו פון דער צייט  –
וועלן דיך דערהערן לייט!

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on November 18, 2015 17:07
No comments have been added yet.