אַ טויבע נאַכט אין דרויסן זיך צעוויקלט
אפילו די לבנה שווייגט חלשות־בלאַס
רק ווייטע שטערן בגילופין ווי באַפליגלט
אויף לשון־קודש זיך צעווערטלען מלא־שפּאַסמיט אייביק פרישן גרוס העט ממרחקים
פאַרטרייבנדיק אַיעטוויד שפּור פון שלאׇף
דערמאׇנען זיי דער וועלט בבחינת קו ונקי
אַז ס'קומט אַ נייער בראשית נאׇך אַיעדן סוף
Published on October 02, 2014 09:13