---
צי קען מען דען געבוירן ווערן עלעגאַנט אׇן בלוט, אׇן שליים? אַזוי ווי יענע געטין, וואׇס איז אַרויס פון כוואַליעס שוים, פון ים – דער וועלטס ווירוואַר מיט הוילער ליבשאַפט צו פאַרגלעטן?
צי קאׇן דען דאׇס געבוירן ווערן זיין זויבער און ריין ווי לידער ביי פאׇעטן וואׇס קונציק שפּאַנען איין אין גראַם דעם אומרו און דעם פּיין אין יענער שעה אַן איינזאַמער, אַ שפּעטער?
דעם ענטפער ווייסט אפּנים רק דער ווינט וואׇס איבער אַלץ אויך ווייטער ווייען וועט ער נאׇר ווייען אׇן אַ שיעור – אַ קנאַפּ געווינס צו כאַפּן זין פון גאׇט, דעם איין־און־איינציקסטן צעווישן אַלע געטער.
Published on May 13, 2014 14:19