אׇנהייב מאי




דעם נאׇך גאַנץ קילן חודש מאַי וועסט פרעגן האַרציק: הלמאי
געקומען ביסטו אונדז צו רופן
אין וועג וואׇס וואַקלט בגילופן
סיי זיך, סיי דיך, בעת אינדערוואׇכן
פון בייזן ווינטער האַלב צעבראׇכן
מען פּרואווט אויסזוכן אינדערהיים
דעם בעסטן וועג צו זיך אַליין?

נאׇר טענהן צו דעם חודש מאַי
איז דאַכט זיך ווייניק־וואׇס כדאי
ווען ס'לעכצן נאׇך דער זון די גופים
ניט זיי, נאׇר דו, בר־דעת, רוף אים
ער זאׇל דערנענטערן די ברכה
דעם פרילינג זיין אַ סינעקדאׇכע
פאַרוואַנדלענדיק די וועלט אַליין
אין אַ לאַגאׇדנער, ברייטער היים .Top of FormBottom of Form
[image error]
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on May 01, 2014 15:50
No comments have been added yet.