יידישע קינדערלעך

קינדערלעך טייערע, אָט דאָס איז אַ לידאינגאַנצן פאַר אייך,ס'איז אַרויס פון די פייערן,אַז איר זאָלט געדענקעןערגעץ דאָרט ווייט,ווי אין־לשער גאָר,ווי שטאַרק נאָך אייך בענקעןעס טוען: דער וואַלד און דאָס פעלד, די שפּייכלערס מיט שייערן,די ביימער,די פייגל,די הויפישע הינטלעך  – נאָך אייך און נאָך אייערעאויגן און הענטלעך,נאָך אייער געפּילדער,אויפן לשון דעם מאַמישןמיט טרוימעלעך אייערענאָך רחבותן וועלטישע,נאָך בלויקייטן ימישעפול ווילדקייטן מילדע  – מילדער ווי ווילדער...טייערע, האַרציקע, יידישע קינדער.
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on November 21, 2013 20:00
No comments have been added yet.