דאַכט זיך וואָס




.


באריס קארלאווJuly 21 · 

דאַכט זיך וואָס, עס ווערט אַ ליד געבאָרן
שיילט זיך אויסעט ווי פון זיך אַליין
קלאַנגען, אותיות ציען ניגון קלאָרן
שמייכל וואָס צעציט זיך ביז געוויין

דאַכט זיך וואָס, די גראַמען זיך צעפלעכטן
שיער ניט סתּם אַזוי אינמיטן גאַנג
ערגעצוואו פאַרנעפּלט צאַרטקייט עכטע
צווישן שטאַמלענישן און געזאַנג

קומט צום שפּעטן אויסגעבענקטן שכל:
ס׳איז מסתּם ניט אַלץ גלאַט אויסגעדאַכט
די לבנה, איר געטרײַע ווייכקייט 
שענקט איר בליק בײַם סאַמע ראַנד פון נאַכט

דאַכט זיך וואָס, אָט באַלד אַ נײַער שחרית
קומט פאַרזיווגן דעם סתּם מיט תכלית

11

Moysha (Moisei) Lemster, Velvl Chernin and 9 others 

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on September 08, 2020 08:17
No comments have been added yet.