יעדעס מאל א שטיקעלע פון דיר שטארבט אפ
ווערסט פארצווייפלט שטארק: צו-וואס אזויפיל שטארבן
און ביים אנבייגן צום גרונד דעם קאפ
טוסטו ערשט באמערקן פרישע פארבן
שטארבן שטארבט מען אפ, צי קאן מען אנדערש דען
אויך דעם אויפזיי שעצט מען לויט די גארבן
און אויך זיי וועלן דאך ווען-ניט-ווען
ערד-און-הימל מיט גענאד נאך ארבן
Published on January 02, 2012 07:30