--
דו האָסט אַמאָל געפרעגט, צי דאָס איז שוין דער סוףצי ס'איז געווען דאָס לעצטע ליד, און מער וועלן ניט קומען?און כ'האָב אַ קלער געטאָן "אוי, סאַראַ בייזע שטראָף!אַ שטומע ליידנשאַפט רק מערט דעם גרעסטן אומעט."
נאָר ניין, מיין ליכטיקע, ס'איז בלויז אַ לאַנגער שלאָף,אַ לאַנגער בערן ווינטער־שלאָף וואָס נעמט אַרומעטדי אויסגעבענקטע שורות, סטראָף נאָך סטראָף – די סטראָפעס אָפּגעמלעטע אויף לאַנגן, לאַנגן תמיד.
נאָר אויך דער לענגסטער תמיד האָט לסוף אַן עקכאָטש ס'נעמט צו־מאָל צו לאַנג ביז סע דערצאַנקעןדער וויי, דער פּיין, די בענקשאַפטן אָן ברעג... –
ביז ווערטער אויפגעוועקטע נעמען זיך אין וועגצו דיר, צו דיר, צו דיר, מיין האַרציקע, דערלאַנגען.
Published on October 22, 2011 21:02