מע דערקענט קוים פון דער ווייטנס


מע דערזעט קוים פון דער ווייטנס:
ס'איז אַ שמייכל, אַ געוויין?
צי דער שמייכל טוט פאַרבייטן
ווייטאָגן טיף ביז צום ביין?נאָר פונדעסטוועגן פארשטייט מען,
ס'איז דער סאַמע טעם און זין,
פון די יאָרן ניט פאַרוועלקטע,
פון די יאָכן וואָס דעריןגייט פאַרביי סיי ליד, סיי לעבן,
נאָָר עס טאָר גאָרניט פאַרביי
נאָכן סוף פון אַלע וועגן
הייבט זיך אָן דער גאַנג אויפסניי.און דערנאָך, נאָך יאָרן פילע,
מוזן וועט די וועלט דערזען,
ס'אַ געזאַנג פון לויטער תפילה,
ס'איז אַ גרוס וואָס ווען־ניט־וועןוועט צו אַלעמען דערגרייכן,
מלא פּיין און מלא חן --
אי געוויין, אי קלאָרער שמייכל,
אויסגעלייטערט שטיין־און־ביין.LikeCommentShare 11Michael Singer, Michael Dunajevský and 9 othersCom
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on January 10, 2018 21:47
No comments have been added yet.