מע זאָגט דאָס ליד איז אַ מאַטעריע


November 29, 2017 · Bloomington, IN ·  מע זאָגט דאָס ליד איז אַ מאַטעריע
אַן איידעלע
נאָר וועדליק דיר איז עס ווי דאָס געזאַנג
פון פייגעלע
אַ פּשוטע, געוויינטלעכע מיסטעריעאויף ניסים האַלט זיך אַלץ
סיי תוך, סיי פּעריפעריע
און יעדן קלאַפּ פון האַרץ
דעם לעבנס אַרטילעריעאיז פּשוט צו באַנעמען
און באַוואונדערן
בעת שטילן אונטערגאַנג
בעת אויפגאַנג מונטערןדאָס ליד איז אפשר טאַקע אַ מאַטעריע
כל־זמן זײַן קלאָרן גײַסט
אויפנעמען
ביסט אַ בריהLikeCommentShare 10Michael Dunajevský, Samuel Bak and 8 others
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on January 10, 2018 21:49
No comments have been added yet.