December 6, 2017 ·
ס'קומט צו גיין אַלץ עפטער
דער זכרון:
ס'איז געווען ערשט נעכטן
צריק מיט יאָרן.יאָרן לאַנגע, יאָרן שלאַנקע
נאָר ניט באַנגע --נעכטן ערשט צום ערשטן מאָל
געגאַנגען,
נעכטן ערשט אַלץ מיטאַמאָל
באנומען, --גראָזן, הימל, זאַנגען
לעבעדיקע שטומעןאיבער בערגל פּלוצים,
מיטן ווינט פאַרסמט,
גריסט דיך, דעם דריי־יאָריקן,
דער ים!יאָרן לויפן, ס'בייטן זיך די צייטן
רק זכרון וויל זיך גאָרניט בייטןס'איז געווען ערשט נעכטן
קריק מיט פעטע יאָרן --
אוי, ווי ס'קומט אַלץ עפטער
דער זכרון
LikeCommentShare
10Sean Joseph, Kinnor David and 8 others
Published on January 10, 2018 21:51