יאָרן פֿול פּראָעך
יאָרן באַגאָסן פֿלאַם
רגעס אָן אַן אַנקער
אָפּגעלעבט אַלץ סתּם
טויטן מיטגעטרויערט
טויטן איגנאָרירט
וואָס האָבן אָבֿות קאַליעטשעט
וואָס האָבן זיי געשפּירט
וווּ נעמט מען מיר אַ דרך
וווּהין זיך פֿירן וווּ
איך ווייס ניט וווּהין קערן זיך
צי ניצן כּלל "וווּהין"
ייִאוש איז קיין חידוש ניט
היינט צו טאָג בפֿרט
און ווער עס ווייסט דעם תּירוץ
זאָל מאַכן מיר אַ לייט
מיר אַ לייט
Published on October 04, 2011 14:12