ס׳איז דאָ פאַרוואָס

באריס קארלאוו · June 18 at 12:36am · checkmark caution-solid ס׳איז דאָ פאַרוואָס,
ס׳איז דאָ פאַר וועמען,
אפילו, דאַכט זיך,
ס׳דאָ מיט וועמען;
נאָר ס׳פעלן זיך און ס׳פעלן אויס...
אַזוי פיל נאָענט ליבע נעמען –

אַליין די ברכה נעמט זיך שעמען
בשעת דער בראָך איז גרויס

נאָר אויך ווען ס׳טוט דאָס האַרץ
שטאַרק קלעמען
געדענקען זאָלסט דעם נס פון שמן
וואָס סטײַעט אַלץ
פאַר ליכט פאַר יענעם
וואָס לעשט זיך גאָרניט אויס

See MoreLikeShow more reactionsCommentShare15318 Ishaya Gisser, Michael Dunajevský and 16 others
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on June 27, 2017 07:17
No comments have been added yet.