א גוט יאָג!






October 7 at 2:04am · Bloomington · 
אַן אַלטער יאָג
נאָך זיין געיעג
נאָך רו
האָט מיר אַמאָל
געוואָרנט:הער מיך אויסעט,
דו,
באַדאַרפסט זיך לערנען
ווייניקער זיך קאָכן
אַניט -- דיין וועלט,
דיין טרוים
מיט טראַסק
ווערן צעבראָכן.דו, לערן זיך
פון מיר און קוק --
ווי כ׳שוועב אַוועק
פון דאַנען,
פריש און קלוג,
אויף שלווהדיקע
פליגל
פון נירוואַנע.געזאָגט דאָס אַלץ
און שטיל אַוועק,
אַוועקגעשוואומען
אינדערלופטן
האָב איך באַקלערט
מיט האַרץ
זיין שכל
דעם אנטגופטן
און זיך געזאָגט:דער אַלטער,
קלוגער יאָג
נאָך זיין געיעג נאָך רו
דערגרייכט
צו איר לסוף,
און דו?!מערניט,
גיב גאָט,
מ׳זאָל ווייטער אויך
נאָך לעבנלאַנג
ניט אויפהערן
זיך קאָכן...אַבי דער מעכטיקער
כביכול
זאָל אין אונדז
אָן באַנג
אינגאנצן ניט פאַרלירן
דעם בטחון.


LikeShow more reactionsCommentShare 11Moshe Taube, Polina Belilovsky and 9 othersComments Shmuel Atzmon Wircer Shmuel Atzmon Wircer
ווי תמיד געלונגען און גוט א גמר חתימה טובה א גוט קוויטל אייךLike · Reply · October 7 at 3:01pm
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on October 23, 2016 12:00
No comments have been added yet.