Dov-Ber KerlerAugust 17 at 10:30am ·
ווען דער ווינט וועט אונדז פארטראגן
אין דער ווייטער ווייט אוועק,
וועט זיין גרינגער אויסצוטראגן
דאס פארמעגן וואס אונדז קלעקט --איבער קרוינען פון די ביימער,
איבער שפיצן פון די בערג,
פריי פון הויט און גוף און ביינער,
פון טאג-טעגלעכן געיעג --רק די הויכע זון וועט שענקען
אירע שטראלן אן אן עק
און די רעגנס שלאקסיק שווענקען
אונדז אויף יעדן קער און שטעג.און דער עכא, אונדזער חבר,
וועט א בראווער, שעה נאך שעה
גריסן אונדז און הויך פאזדראווען:
ברוך הבא, איר זענט דא!
3 Comments
20Velvl Chernin, Maria Luisa Stelung and 18 othersLikeShow more reactions
CommentShare
Published on August 20, 2016 17:11