דעם שמייכלס לוויה

דער שמייכל,
לא עליכם,
איז געשטארבן
קומט-צו-גיין
אויף זיין לוויה
א גאנצע כאפטע
וואזשנע חיותדער צבי הערש
מיט די הערנער,
דער אריה לייב
מיט די נעגל,
דער דוב בער
מיט די לאפעס,
דער זאב וואלף
מלא חן,
ווי ער שטשירעט די ציין
און אויך דער אדלער --
דער נשר הגדול
קומט צו פליען
קלעקאטשענדיק
מעשה יאדל.זאגט דער לייב:
"שמייכל, שמייכל
אויף וועמען האסטו
אונדז פארלאזן,
אויף וועמען?!"דער בער גיט צו:
"אזא סוף צו דערגרייכן
איז א שטאך און א בראך
און גארניט אזא
קלארער שכל!"פאטשט דער אדלער
מיט די פליגל
פון א מעכטיקן גדול
און צעגייט זיך
אין א קלאגמוטער לידל:
"אוי, שמייכל!
יאדל, יאדל, יאדל!"דער וואלף טוט קלאגן:
"אנעם שכל, וואס מיר אלע
האבן שוין מער ניט צו פארמאגן,
האט ניט קיין טעם
די פרייד,
און קיין ווערט --
דער טרויער!"פסקנט דער הערש,
זיין הערנער שאקל
פול מיט צער און באדויער:
"שמייכל, שמייכל,
ס'אי שוין גאר גאלע
אויס מועד,
דיין שטארבן
איז א קלארער צייכן
אז די וועלט גייט
איצונדערט,
טאקע לא עלינו,
ממש אונטער!"און ווי סע מאכט זיך,
איז לעם דער כאפטע
געשטאנען,
ווי שטענדיק
אומרואיק,
א שפערל,
געפיקט אט א קרישל,
אט א פארדארטן קערל
און שטיל
זיך געבאמקעט
אונטער דער שנאבל-נאז:
"שמייכל-מייכל,
ווייס איך וואס!"איר'ט מסתמא
פרעגן:
ס'טייטש?
און וואס איז דער סוף
פון דער מעשה?
וועל איך ענטפערן:
כ'וואיס ניט,
למאי זאל איך
אייך בארייסן,דער שמייכל
ז'דערוויילע גאנץ טויט,
נאר די פיקערס די זשוואווע
פון סקארינקעס ברויט
האפן למעשה
אז אט
שטייט ער באלד אויף
תחיית-המעשים!LikeShow more reactions
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on August 20, 2016 23:58
No comments have been added yet.