-
זוך נישט דעם גראַם; ער'עט קומען אַלייןנאָך איידער די אונטערשטע שורהוועט באָקאָם זיך שטעלן איבער אַלץ ווי אַ שטייןווי אַ שטיין מיט אַ ביטערער בשורה
און אַז ער וועט קומען, באַוואונדער זיין חןדעם חן פון פאַרוואָגלטן קומערוואָס ליכטיקט זיך איידער ער טוט באַלד אויסגייןפון בענקשאַפט פון צאַרטער און שטומער
בעט נישט קיין טובות פון ווערטער, פון גראַםלאָז זיי זיך פּאַסיען דערנעבןביז זיי קומען אַליין דער וועלטס טאַרעראַםצו פאַרווייכן מיט פרישקייט און לעבן
זוך ניט קיין גראַם; ער'עט קומען אַלייןאון טאָמער גאָר ניט איז דאָך ביטערניט ירשענען וועסטו קיין שטאָק און קיין שטייןבלויז אַן אָפּהילך פון אַ טעמפּן געוויטער
Published on July 13, 2011 14:45