באריס קארלאווApril 3 at 10:26pm ·
צען טריט פון דאַנען ברענט דער גיהנם,
טאָ וואָס זשע וואַרטסטו נאָך?זאָל ער זיך ברענען, אַבי ביי יענעם
זאָל זיין אַ גוטע וואָך.צען מייל פון דאַנען בליט דער גן־עדן,
טאָ וואָס זשע זאַמסט זיך, וואָס?זאָל ער זיך בליען, אַבי אונדז ביידן
זאָל ער לויכטן אין יעדן אות.צען ווערסט פון דאַנען איז דיין היימשטאָט,
ניין, גראָד צען טויזנט ווערסט!..אַהינצו טאַקע – טאָג איין, טאָג אויסעט,
אַנטרינען וויל איך, – הערסט?..
LikeShow more reactions
CommentShare
11Moysha (Moisei) Lemster, Abraham Lichtenbaum and 9 others
Published on April 05, 2016 00:25