כנגד ארבעה בנים

--


אַלץ צונויפגעקניפּט אין איינעם
ס'איז ניט די ווערטערניט די קלאַנגעןניט דער קנייטש פון דורותדיקן טייטשניט די מוזיק פון שפּילעוודיקע טענערניט דער מאַמעס גלעטצי טביה'ס ווייכע בייטשס'איז אַלצאינאיינעםאַלץ אינאיינעםצונויפגעקניפּט אין איינעםוואו מענטש און דער כביכולפאַרמישן ליבע, שפּיל און שפּאָטוואו סיי דער רבים מאַכט אַ ברכהאון סיי דער רשעקערט זיך אוםצום אייביקןאחָד


קיינמאָלניט
וועסט מער ניט זיין דאָקיין מאָל ניטקיינמאָלקיינמאָלניטמערסיידן אַ טויבערנאָכקלאַנגפון אַן עכאָאַ שאָרךפון דיינעאַמאָל אַזוינעדיקע ליפּןזאָל האָבןדאָ אַהערצו אונדזגעהאַט זיךאויף אַ וויילדערקליבןאון גרייכן גלייך אַהעראַהעראום אָנצוזאָגןדעם וואַכיקן געהעראַז מיר, אויך מירבאַלד וועלןשוין ניט זיין דאָ מערקיינמאָלניטקיינמאָלקיין מאָל ניטמער


לאָגל וויין
דער שוין האַלב־פּוסטערלאָגל ווייןאיז אָנגעפילט ביז האַלבמיט פּייןאון שפּאַנענדיקאַלץ טריט נאָך טריטווייסט שוין אַלייןאויף זיכער ניטוואָס זאַפּסטו מעראין זיך אַרייןדעם טערפּקען ווייןדעם זיסן פּייןאון צווישן ביידעאינדערמיטמיט ליכט פון פריינדמיט פלאַם פון פיינטדורך מזל־ברכה גוט געהיטבאַנאַנד מיט שאׇטןאון מיט שייןצוביסלעךווערסטו אויסגעפליקט


שאַינדעלישל'ס קלאָץ־קשיה
צי מע קאָן נאָךגעפינעןאַ סימןאַ שמץפון ערגעץאַ שפּליטעראַ גליווערפון אמתאַז עמיץגעלאָזט האָטאַ לייבלעכן שפּור אַ שנוראַ צינוראַ פאַרקלאָגטןפון נעכטןאַ רמזאַן אָנוואונקאַן אָנדענקאַן עכטןניט סתם אַבי וועמעסניט רק אַבי יענעמסוואָס זאָלנאָך אויפשיינעןאף על פּיאף על פּיאף על פּיאַלע פּיינעןאון מאַכן מער קלאָרדי אין־סופיקע וואָרנאָך איידערמ'דערזעט הידעם לעצטן קאָיאָר

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on April 17, 2011 22:07
No comments have been added yet.