דו שווימסט אַוועק טיף אין געדעכעניש





דו שווימסט אַוועק טיף אין געדעכענישפון ווייטע טעג,דיין היינט, דעם מאָרגנס אַ פאַרשוועכעניששווימט אויך אַוועק

און דאָך צו־מאָל דיינס אַ פאַרשפּרעכעניש – טויכט אויף מיט בליץס׳געווען דיין יונג־און־בראַוו צעשטעכעניש!אַ גוטער וויץ

און אין דעם עכאָ פון דיין רעכענישפאַרבלייבט ביז לעצטדער אומרו נאַרישער און לעפּישערפון קלוגן לץ

,און פון דעם קאָכענישפון ברעכענישפון טעג אויף נעכטשווימסטו אַוועק,אין שווימאַוועקעניש!און שוין, אַן עק
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on April 27, 2015 21:42
No comments have been added yet.