טאַטעניו, ליבער






טאַטעניו, ליבער,איך אׇטעם איין ווידערדיין וואׇרט און דיין וואׇרצעפלאַמטע אין לידער,וואו ס׳לעבן געראׇטןדיין האַרציקער קול,דיין האַפטיקער אׇטעם, – צאַרטער פון שמייכלאון שטאַרקער פון שטאׇל.
טאַטעניו, ליבער,דיין ליד, וואׇס איז אייניקמיט אַלץ וואׇס איז אייביקאון גלייביק, און קלאׇר, – זאַל באַהיטן, באַשירעמעןדיין לויטערן אייניקוואַס אַוועק איז אַהייםפון זאַט־פרעמדן קאַיאׇרצו באַשיצן דיין וואׇר.






 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on May 04, 2014 15:11
No comments have been added yet.