Dov-Ber KerlerAugust 19 at 11:53pm ·
דורי מנור
שפילט אויף א סטראדיבריות פידל --
שיין און קלאר ביז גאר,
און איך, כמעט זיין טאטנס א בן-דור,
שפיל מיר
א כלומרשט פריילעך לידל
אויף דעם יידישן כינורער שפילט און די שאנזעליזע
האט פאריבל,
הלמאי זיין ליד פארמאגט
אזוי פיל עלעגאנץ:
"הבעל-מנגן הזה" --
זאגט זי, איר קול זיך דריבלט:
"האט צוגעלקחנט מיין נשמהס טאנץ."פערציק מייל ווייט
פון דיזענגאפער טומל,
איבערן ירושלמער רחוב בן-יהודה
שפעט ביינאכט, אליין, אין דער שטיל,
בעת דורי פארכישופט די וועלט מיט זיין דודע,
פארצי איך א ניגון
אויף מיין היימישן חליל
LikeLike
Love
Haha
Wow
Sad
Angry
CommentShare
15Polina Belilovsky, Sharon BK and 13 others1 share
Published on August 20, 2016 17:32