עס בלאָזן נייע ווינט?

--
באריס קארלאווMarch 3 · עס בלאָזן נייע ווינטן,
זאָגסטו,
עס טוט זיך עפּעס,
עפּעס נייס:
די אַלטע לידער, די פאַרקלאָגטסטע
באַהויכט מען מיט אַ יונגן גייסט.
נאָר וואָס זשע דען? –
ניי־ווינטן זענען
שוין אויכעט גרוי
און שטאַרק פאַרשעמט
און טאָמער הערט מען
יונגע טענער,
בלייבט אונדזער וועלט'ס געהער –
געהעמט.
און דאָך,
אף על פּי כן --
באַנייען
מיין אַלטן פלי
פאַר קייט און קינד,
וועל איך מיט דיר, מיין פריינד,
זיך "טרייען"
פון אַלטע פּעקעלעך באפרייען
און ווייען מעשה יונגער ווינט.LikeShow more reactionsCommentShare 7Velvl Chernin, Beruriah Wiegand and 5 others
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on April 05, 2016 00:10
No comments have been added yet.